?

Log in

מרדכי צאנין ע"ה - Просто идиш
February 7th, 2009
05:09 pm
[kerbale]

[Link]

Previous Entry Share Next Entry
מרדכי צאנין ע"ה
 


מרדכי צאנין איז אוועק אין דער אייביקייט אין עלטער פון 103 יאר. כבוד זיין ליכטיקן אנדענק!

די בעסטע ביאגראפיע זיינע אויפן אינטערנעט איז דווקא אויף העברעאיש. ס'איז אויך ארויס א נעקראלאג אין "הארץ". א טרויעריקע סימבאליק -- וועגן זיין אוועקגיין שרייבט מען פריער פאר אלץ (אויב בכלל...) דווקא אויף עברית און אין דער העברעאישער פרעסע בעת די יידישע איז אפהענטיק און איינגעשרומפן און אין בעסטן פאל באווייזט זי ניט נאכצויאגן די טרויעריקע געשעענישן, אדער עס ליגט איר, דער "היימישער" פרעסע אויף אידיש -- טיף-טיף אין דער לינקער פיאטע.

מרדכי צאנין איז געווען דער לעצטער יידיש-יידישער אינטעלעקטואל פונעם פארמלחמהדיקן דור, וואס האט אויפגעטאן גרויסע מעשים לטובת יידיש אין ישראל און דווקא ווען די סאציאלע, געזעלשאפטלעכע און פאליטישע לאגע פון מאמע-לשון אינעם יידישן לאנד איז געלעגן ניין איילן אינד'רערד, כאטש עס איז געווען דעמאלט אין לאנד א מיליאניקער עולם יידיש-קענער, וואס זיכער הונדערטער טויזנטער פון זיי האבן גאר פיל און שטארק גענאסן פון זיין ליטערארישער, ארויסגעבערישער, געזעלשאפטלעכער און זשורנאליסטישער טעטיקייט און אויפטוערישקייט.

ער האט ניט געקעמפט קעגן עברית, בלויז פאר די רעכט און דעם לעבעדיקן תכלית פון יידיש און יידישער קולטור אבער ס'רוב "העברעאיסט" האבן אים דאס קיינמאל ניט געקאנט מוחל זיין אויפנעמענדיק זיין טעטיקייט ווי אן אנגריף -- מ'שטיינס געזאגט -- קעגן דער העגעמאניע פון העברעאיש. איצט אז דער "שונא" איז מער-ווייניקער פולקאם באזיגט געווארן קענען זייערע קינדער און תלמידים זיך דערלויבן אים מספיד צו זיין.

אצינד קאן מען ליינען און באקומען אין פי-די-עף א טייל פון זיינע איבער 60 ביכער און בראשורן אויפן אינטערנעט אט-א-דא

זאל ער האבן א ליכטיקן גן-עדן און הלוואי קיין יינגערע זאלן ניט שטארבן!   י

אויפן בילד: מרדכי צאנין, איציק מאנגער און נתן אלתרמן
אפנים תל אביב, סוף 1960ער

(9 comments | Leave a comment)

Comments
 
[User Picture]
From:naftali
Date:February 8th, 2009 12:02 am (UTC)
(Link)
:(
Zol er hobn a likhtikn Ganeydn!
[User Picture]
From:farshmans
Date:February 8th, 2009 01:46 am (UTC)
(Link)
ztz"l
[User Picture]
From:aidishemame
Date:February 8th, 2009 01:52 am (UTC)
(Link)
Бурех дайен емес. Нох ейн орт из ойгелейдикт геворн... А шуд!
[User Picture]
From:shaul
Date:February 8th, 2009 02:15 am (UTC)

ЭЕЭ

(Link)
[User Picture]
From:peaktop
Date:February 8th, 2009 05:26 am (UTC)

מרדכי צאנין ע

(Link)
.
[User Picture]
From:itzik
Date:February 8th, 2009 08:40 am (UTC)
(Link)
ברוך דיין אמת. זאל ער האבן א ליכטיקן גן-עדן!
[User Picture]
From:anu_sag
Date:February 8th, 2009 10:54 am (UTC)
(Link)
...א ליכטיקן גן-עדן זאל ער האבן
From:(Anonymous)
Date:February 8th, 2009 11:13 am (UTC)
(Link)
אזוי טרויעריק
ער איז געווען פון די לעצטע אין ישראל, וואס האט געקענט אפשאצן ריכטיק די היינטצייטיקע יידישע עסקונה. איצט וועלן די מייז פראווען זייער חתונה שוין פריי און פראנק
[User Picture]
From:zaitvailik
Date:February 13th, 2009 10:30 am (UTC)

ז''ל

(Link)
...
Powered by LiveJournal.com