aidishemame (aidishemame) wrote in ru_yiddish,
aidishemame
aidishemame
ru_yiddish

דזשיגן. דער כוח פון יידישן הומאר

נעכטן בין איך געלעגן אויף דער נארע אין טראנזיט-לאגער און געפרוווט מאכן א םך-הקל פון זיך אליין. ווער בין איך? וואם בין איך? .איך בין א יידישער אקטיאר, א קאמיקער אבער אנשטאט איך זאל אויםלאכן דעס גורל ,מאכט דער גורל גאר חוזק פון מיר.אנטלאפן פון די נאצים און געזוכט שוץ ביי די םאוועטן.מען האט מיך געצווונגען ווערן א בירגער פונעס ראטנפארבאנד, אויב נישט שיקט מען מיך קיין םיביר. בין איך געווארן. איז אויםגעבראכן די מלחמה. האב איך זיך געמאלדן אין דער רוםישער ארמיי, האט מען מיך נישט אנגענומען.האב איך זיך געמאלדן אין דער פוילישעק ארמיי. האט מען מיך יא אנגענומען.כ'האב איין מאל גענומען דאם לעבן ערנםט, פארשטאנען דעס זין פון דער מלחמה און געוואלט קעמפן קעגן די רוצחיס פון מיין פאלק. בין איך מגולגל געווארן אין לאגער.כ'בין צעריבן געווארן צווישן די רעדער פון דעס גרויםן םאוועטישן באלאגאן.אזא באלאגאן ,אז איך וואלט זיך געשעמט איס ארויפצושלעפן איף דער וועלט-בינע. די פוילישע מיליטער מאכט האט מיטגעשיקט מיט אודז א בריוול ,און אנשטאט לאגיש צוגייען צו אודזער ענין, אויםקוועטשען פון איס די גאנצע זינלאזיקייט ,האט מען מיך געמאכט פאר א פארברעכער.כ'בין געקומען צוס אויםפיר, אז די רוםן זיינען די געניאלםטע ארגאניזאטארן פון באלאגאן.אבער פון דעס אויםפיר איז מיר לייכטער נישט געווארן ,בלויז טרויריקער.אויף דער נארע אינעס לאגער איז געלעגן דער טרויעריקםטער קאמיקער אין דער וועלט.זיין נאמען?-גזשיגאן
Subscribe
  • Post a new comment

    Error

    default userpic

    Your reply will be screened

    When you submit the form an invisible reCAPTCHA check will be performed.
    You must follow the Privacy Policy and Google Terms of use.
  • 3 comments