aidishemame (aidishemame) wrote in ru_yiddish,
aidishemame
aidishemame
ru_yiddish

שנה טובה ומתוקה

ראש השנה ביי שחרית שטייט איינער א ייד אין שול,שאקלט זיך מיט כח און שרייט אויפן העכסטן קול:''אלו ואלו בטעם מטכסים''...''אלו ואלו בצפצוף מצפצפים''...אלו ואלו בפצח מפצחים''.פלוצים גיט א קום צו צו אים א צווייטער ייד און רוימט אים איין אין אויער:''רב ייד,וואס ברויכט איר אזעלכע שווערע ווערטער: ''מטכסים'' ,''מפצחים'', ''מצפצפים''? זאגט פשוט: '' רבונו של עולם,גיב געלט!''
וואס בין איך דערפון אויסן געוועזן?.... יא!
איך ווינטש אלע חברים און פריינט א גוט געבענטשט יאר.לשנה טובה תכתבו ותחתמו לאלתר לחחים טובים. אמן.
Tags: aidishemame, klezmer, майсы, праздничные поздравления
Subscribe
  • Post a new comment

    Error

    default userpic

    Your reply will be screened

    When you submit the form an invisible reCAPTCHA check will be performed.
    You must follow the Privacy Policy and Google Terms of use.
  • 7 comments