November 19th, 2004

Литературная страничка

Mircea Dinescu

נירװאַנאַ

אין דרום-אינדיִע װאַקסט אַ מין װוּנדערלעכער בױם, װאָס אַז אַ מענטש עסט אױף אַ פּאָר בלעטער פֿון אים, פֿילט ער זעכצן טעג קײן הונגער נישט


אונדזער טעגלעכן הונגער גיב אונדז, פֿאָטער אין הימל
גיב אונדז קאַרטאָפֿל און ציבל
און אַ קיך - װוּ ס'האָבן פֿאַרכלינעט זיך שױן אַזױ פֿיל מדינות
און סלינע - אין װעלכער עס שפּוגלען אַלע געטער זיך אָפּ
גליקלעך איז דער באַרבאָר
- אױפֿן סאַמע ראַנד פֿון אימפּעריע
װאָס מיט אַ דרײסטער האַנט רײַסט ער אָפּ
אַ מאַרמאָרנעם װײַנטרױבן-הענגל אױפֿן קאַרניז
פֿון דעם הײליקן טעמפּל


Collapse )
מירטשאַ דינעסקו. איבערגעזעצט אױף בײדע שפּראַכן פֿון לעװ בערינסקי