March 4th, 2006

שבת-לייכטער פון פוילן .19- ער יארהונדערט

יציק מאנגערס הקדמה צו חומש -לידער

איין לויב דיר גאט אין הימל לויב
וואס דו האסט מיך טון שטערקען
אז איך זאל מיט מיין שוואכער האנט
פולענדן דיזעס ווערקן
איך האב מיט מי און גרויסן פלייס
די אבות טון אויפוועקן
פון שמות און פון זילבערן שטויב
וואס האט זיי טון איינדעקן
זיי שטייען נון און זיינען גרייט
אלס זיי מעכטן לעבן
און ווילן ליבער לייזער דיר
איין שלום עליכם געבן
נון זאלסטו שטיל געדאגן
זיי ווילן דיר מיט הייליק מונד
פיל שיינע ווונדער זאגן
און דער דא האט דאס בוך געמאכט
האט פילע צייט דערויף פארבראכט
איצק מאנגער איז ער גענאנט
איין חייט אויס וואלאכיש לאנד
איך בין שטארק נייגעריק צו וויסן, וואס פאר א שפראך האט דער דיכטער דא געניצט? צי איז דאס א מין אפלאך פון די איינגעגעסענע משכילישע אנשטרענגונגען צו שרייבן דייטשמעריש ?צי איז דאס א פאראדיע אויף טשערנטוויצער קוגל -דייטש ,מיט וועלכן ,אלץ טשערנאוויצער, ער איז אזוי באקאנט געוועזן ,צי ער האט געוואלט מאכן או אנשטעל פון דעם אוראלטן מערב -אידיש פון די אלטע םפרים, צי ...? וואס זאגט איר רבותי