?

Log in

No account? Create an account
Просто идиш

November 25th, 2006

November 25th, 2006
11:47 am
[natha1ie]

[Link]

"Хава", Шолом-Алейхем
Ссылка: http://rapidshare.com/files/4737136/hava.mp3

"Хава", Шолом-Алейхем (из повести "Тевье-Молочник"), читает Иосиф Колин.

Скачивайте на здоровье. 8-)

Tags: ,

(12 comments | Leave a comment)

TimeEvent
10:30 pm
[aidishemame]

[Link]

ש.י. הארענדארף . טעאטער קאראוואנען
.................................................................................................
נישט געקוקט אויף די הייליקע שבועות'' פון די פארשיידענסטע יידישע טעאטער טרופעס,אז זייערע פיס וועלן מער נישט באטרעטן דאס '' סדום-שטעטל'' האט מען די דאזיקע שבועות געבראכן צוליב פארשיידענע סיבות און אומשטענדן,וואס מען האט קיינמאל נישט געקאנטפארויסוויסן,אדער פארויסזען,און מען איז דאךדארט אהין אריינגעפאלן.
די ''גרענדע''(אזוי האבן דו פארגרעבטע יידן פון די קליינע מערישע שטעטלעך אנגערופן א טעאטער פארשטעלונג), איז פארגעקומען אין גרויסן זאל פון דעם איינציקן האטעל שאפאר'',וואס האט זיך געפונען נישט וויט פון דער אלטער.האלב-איינגעפאלענער שול,די אמאל געוועזענע ישיבה פון ר' שמעלקע ניקלשבערגער.
עס איז געווען אין א מוצאי-שבת'דיקן ווינטער,ווען די טעג זיינען קליין,האבן מיר אנאנסירט די פארשטעלונגאויף זעקס אזייגער אין אוונט.
צו מיין גרויסער איבערראשונג,האבן די יידן אנגעהויבן שטראמען אין טעאטער אריין נאך פאר מוצאי-שבת און זיי האבןמיט זיך געטראגן עפעס אזעלכע גרויסע שווערע ציגל,וועלכע זיי האבן געהאלטן איינגעפאקט אין שמאטעס און אין טיכער...
איך פרעג ביים אייגנטימער פון זאל.וואו מיר שפילן,וואס עס באטייטן די שווערע הייסע ציגל,וועלכע די יידן שלעפן מיט זיך צו דער פארשטעלונג? און ער גיט מיר פאלגענדע טשקאווע ''אויפקלערונג''.
-די הייסע ציגל זיינען נישט באשטימט פאר די אקטערן,חלילה,נאר פאר אייגענע אנגעפרעסענע בייכער... אזא מנהג איז ביי אונדז אין ניקלשבערג,-זאגט ווייטער דער הער שאפאר.-די היגע יידן זיינען גרויסע ליבהאבער פון '' שאלעט'' (אזוי האבן די דייטשמעריש-רעדנדיקע יידן אנגערופן טשאלנט) און כדי זייערע בייכער זאלן נישט פלאצן פון די פעטע ''שאלעטער'',וואס זיי עסן לכבוד שבת,לייגן זיי הייסע ציגל צו די בייכער,אלס א סגולה...
-אבער פארוואס - פרעג איך דעם ייד- טראגן אויך די פרויען הייסע ציגל?
-אונדזערע פרויען ,זאלן לעבן, עסן אויך ''שאלעט'' און לייגן זיך אויך צו הייסע ציגל צו בייכער,-ענטפערט ער מיר קאלטבלוטיק.
מיט דער ''בשורה -טובה'' האב איך בארויקט אונדזערע טרופע,אז ווי געווינטלעך,קאנען מיר אנגיין מיט דער פארשטעלונג.
אין אנהויב פון ערשטן אקט איז נאך געווען א האלבע צרה.אבער אין פארלויף פון דער האנדלונג, ווען דער קאמיקער איז ארויף אויף דער בינע און אנגעהויבן שיטן מיט וויצן און זינגען א לידל, האבן די יידן פאר גרויס נחת גענומען ווארטשען,אכצן און ,במיחילה, גרעפצן! אין זאל איז אנטשטאנען א קאקאפאניע,ווי דאס ריטשען פון געקוילעטע אקסן און ס'איז געווארן אוממעגלעך אנצוגיין מיט דער פארשטעלונג...
ס'איז פארגעקומען א שטילע סצענע, האט מען געקרעכצט...
ווען די פרימאדאנע האט געזונגען א ראמאנטיש לידל, האט דער עולם גערעוועט פאר יסורים פון די געפרעסענע ''שאלעטער''. די הייסע ציגל האבן,אפנים,נישט געהאלפן צו שטילן זייער ווייטיק...
איך בין ארויף אויף דער בינע און אפעלירט צום ''הויכגעשעצטן פובליקופ'', אז מען זאל זיך איינמאל פאר אלעמאל גוט אויסקרעכצן.כדי די פארשטעלונג זאל נישט געשטערט ווערן.
די יענעקע יידן ,וואס האבן נישט מיטגעברענגט מיט זיך קיין הייסע ציגל,האבן מיט מיר מסכים געווען.
א יידישער דאקטאר איז ארויף נאך מיר אויף דער בינע און האט אריינגעזאגט די ''ציגל-יידן'' א פארציע מוסר,הלמאי זיי '' רעספעקטירן נישט די קונסט'' און זיי געבן נ'שט אפ דעם געהעריקן כבוד דער יידישער טעאטער-טרופע,וואס איז געקומען אין שטעטל אריין...
דאס מוסר-זאגן האט געהאלפן '' ווי א טויטן באנקעס''! די יידן האבן כסדר פארגעזעצט דעם קרעכץ קאנצערט... דער סוף איז געווען,אז מיר האבן געמוזט לאזן פאלן דעם פארהאנג און דערקלערט א פויזע ביז מען וועט זיך אויסקרעכצן!
דער האטעל-אייגנטימער האט געברענגט א טאפ מיט סאדא-קארבאנאד און געשטאפט דעם ווייסן פראשעק אין די מיילער אריין פון די האלב-לעבעדיקע יידן. די קעלנער פון רעסטאראן האבן געטיילט גלעזער קאלט וואסער,כדי דער עולם זאל נאכטרינקען און זיך גוט אויסגרעפצן,אבער אן דערפאלג. נאך דער הפסקה ווילן די אקטיארן ווידער אנהויבן שפילן,אבער ס'איז נישט געווען פאר וועמען.די יידן האבן עוקר געווען פון טעאטער...
דער סוף איז געווען-מיר האבן די פארשטעלונג נישט פארענדיקט.צןמארגנס גאר פרי האבן מיר פארלאזט ניקלשבערג מיט דער באקאנטער '' הייליקער שבועה'' נישט צו באטרעטן מער דאס דאזיקע שטעטל.

Tags: ,

(13 comments | Leave a comment)

Previous Day 2006/11/25
[Archive]
Next Day
Powered by LiveJournal.com