?

Log in

No account? Create an account
Просто идиш

February 4th, 2007

February 4th, 2007
05:05 pm
[kerbale]

[Link]

נאך עטלעכע לידער פון איציק מאנגערס פלאטע



טייערע רבותי וגבירותי,

עס פרייט מיך זייער וואָס אַ טייל פון אייך האָבן זיך אַזוי שיין אויפגענומען דעם ערשטן פּרואוו צו פאַרשפּרייטן מאַנגערס ליד "איפן וועג שטייט אַ בוים". איך דאַנק האַרציק יעדן איינעם פאַר די אויפריכטיק פריינדלעכע "קאָמענטאַרן" און אָפּרופן.

צו הערן ווי־אַזוי אַ דיכטער אַליין לייענט פאָר זיינע שאַפונגען (צי אַ דיכטערין אירע) איז אַ גרויס געווינס און אַ זכות פאַר יעדן ליבהאָבער פון פּאָעזיע אפילו אויב דער צי יענער ליבהאָבער האַלט אַז דאָס ליד קען מען פאָרלייענען, דעקלאַמירן אָדער "אויספירן" פיל בעסער פון דעם מחבר.

לייג איך אייך דעריבער פאָר נאָך עטלעכע לידער פון יענער פּלאַטע און האָף אַז עס וועט זיך מיר איינגעבן מיט דער צייט אַרויסצושטעלן זיי אַלע. 

די טעקסטן גופא (אַלע וואָס ער לייענט מיט נאָך עטלעכע וואָס זענען ניטאָ אין דער פּלאַטע) ווי אויך אַ קאָפּיע פון דעם קאָנווערט פון יענער פּלאַטע קען מען אַראָפּנעמען אויף אַ פּי־די־עף לויט דע פאָלגנדיקן אָפּשיק: http://rapidshare.com/files/14935084/MANGER_leyent_manger.pdf

די לידער וואָס איך לייג אייך אַצינד פאָר זענען: 

"כ'האָב זיך יאָרן געוואַלגערט אין דער פרעמד": http://rapidshare.com/files/14936519/Artist_-_MANGER___X_HOB_ZIX_YORN_GEVALGERT.mp3  

"אָוונטליד" ("שטילער אָוונט. טונקל גאָלד"): http://rapidshare.com/files/14936767/Artist_-_Manger_SHTILER_OVNT.mp3

"מיין זיידע": http://rapidshare.com/files/14939774/Artist_-_Manger_MAYN_ZEYDE.mp3  

"איך אַליין": http://rapidshare.com/files/14940744/Artist_-_Manger__IKH_ALEYN.mp3

"לאָמיר זשע זינגען": http://rapidshare.com/files/14941336/Artist_-_Manger_LOMIR_ZHE_ZINGEN.mp3

איך מיין אַז אויף דערווייל וועט עס זיין גענוג. 

דאַונלאָדעוועט זיך דאָס אַלץ געזונטערהייט, הערט זיך איין מיט האַרץ און קאָפּ און דער עיקר זייט מיר אַלע געזונט און שטאַרק!

 

 

 

Tags: , , , , , ,

(17 comments | Leave a comment)

TimeEvent
09:07 pm
[aidishemame]

[Link]

י. מאנגער'ס הקדמה צו זיין בוך" שטערן אין שטויב
דאס איצטיקע בוך הייסט ''שטערן אין שטויב'' פשוט דערפאר ווייל די שטערן וואס האבן א מאל געפינקלט אויפן דאך וואלגערן זיך איצט אין שטויב. די לעצטע שפאצירער אויפן שטויביקן שליאך שטעלן זיך אפילו נישט אפ-אדער זיי פארשטייען נישט דאס לשון,אדער זיי האבן בילכערע "געשעפטן".
אין דעם באנד גייען אריין א סעריע פון מיינע לעצטע בילדער אחוץ לידער פון פריערדיקע ביכער וואס זענען נישט אריין אין מיין בוך '' ליד און באלאדע'' וואס איז דערשינען אין 1952 אין ניו-יארק.
מיט דעם בוך איז מיין ליד פארענדיקט,הגם נישט אלצדינג וואס איך האב געשאפן איז צונויפגעזאמלט געווארן אפילו איצט.
דער פעריאד פון מיין זיין אין אמעריקע איז געווארן דער סטערילסטער פאריאד אין מיין לעבן.פון איין זייט א דערמארדעטע שפראך,אן איינגעשרומפענע לשון-טערעטאריע,וואס מען טרעט זיך ממש אויף די הינעראויגן מחמת ענגשאפט.
א גראטעסק פארבייט פון די יוצרות '' ווער איז ווער''? '' שייסטערס'' און ראבאיס סקריפען מיט '' גענזענע'' פעדערס אין די ''פעיפערס''. די מוזעס טראגן הוילע יארמאלקעס אן קעפ.צו-וואס דארפן זיי עס צו אלדי גוטע יאר?
דאס בוך ''שטערן אין שטויב'' דערשיינט ,ווייל אזוי האט זיך איינגעעקשנט א ייד פון לאס אנדזשעלעס מיטן נאמען ווילי שאר.

א הארציקן דאנק אט דעם איידעלעו עקשן.
סיי ווי סיי פיל איך ווי די שאטנס ווערן לענגער. ס'ווערט אוונט. ס'ווערט נאכט. א גוטע נאכט ,רבותי.
איציק מאנגער.
ניו-יארק,פעברואר1966

(2 comments | Leave a comment)

Previous Day 2007/02/04
[Archive]
Next Day
Powered by LiveJournal.com