?

Log in

No account? Create an account
Просто идиш

April 4th, 2007

April 4th, 2007
09:21 pm
[aidishemame]

[Link]

צו אידישע עטנאגראפן און פאלקלאריסטן
א שאלה האב איך צו פרעגן ביי די גרויסע צעדער-בוימער,וואס בליען אין לבנון ,די הויכע און גרויסע בערג,די חכמים פון ישראל,די שטארקע שילדן,די גרעסטע בני-המעלה,וואס גייען אויף די העכסטע טרעפ,וואס זיינען פארזיכטיק מיט זייערע ווערטער,לאנג לעבן זאלן זיי, און היטן זאל זיי דער אמתער היטער אויף תמיד.וואס איז דער טעם און דער שכל,דאס ביי אונז,ביי אידן שעלט מען אין טאטן אריין,און,להבדיל, ביי גוים אין מאמען אריין (פא מאטושקע ) ? לויט מיין נארישן שכל האט דאך געדארפט דאך זיין פונקט פארקערט,און דאס וואלט מען געקענט אפלערנען פון דער תורה,נעמליך,פון דעם פסוק:''ותאמר לו אמו עלי קללתך בני''(און האט אים [יעקבן] זיין מוטער[רבקה]געזאגט:'' אויף מיר זאל זיין דיין קללה,מיין זון'') אין דער ווירקלעכקייט איז אבער נישט אזוי. פארוואס

(7 comments | Leave a comment)

Previous Day 2007/04/04
[Archive]
Next Day
Powered by LiveJournal.com