?

Log in

No account? Create an account
Просто идиш

April 10th, 2007

April 10th, 2007
12:59 am
[bredstein]

[Link]

פּלודערן
ווען עס קומט צו עפּעס אַזוינס וואָס קיינער האָט קיין מאָל אין ערגעץ נישט געזען איז מען תּמיד גערן צו זען מיט די אייגענע אויגן ווי עס זעט אויס! אַזוי האָבן מיך הײַנט געמוטשעט די סטודענטן וועגן די מלבושים וואָס דער נעמיראָווער האָט אָנגעטאָן אין אַ קליינער דערציילונג פֿון י.־ל. פּרץ (אויב נישט נאָך העכער). צווישן אַלע פּויערישע זאַכן האָט ער געהאַט פּלודערן. איז בין איך געגאַנגען זוכט אָנלײַן און געפֿונען אַ שיין בילד מיט די פּלודערן גאָר אַלטע... גיט אַ קוועטש און האָט פֿאַרגעניגן


(9 comments | Leave a comment)

TimeEvent
10:57 pm
[aidishemame]

[Link]

איציק מאנגער. מיין שאנה-ליד
איז מיר באשערט צו זיין דער לעצטער זינגער
פון אן אויסגעסאמטער עדה?
טונקען אין קברים-גראז מיינע פינגער,
ארום דער גרויסער אידישער עקדה?

מזל מיינס,פארשאלטנס,האסט צעצוויטעט דעם פרילינג
אבערן קדיש פון מיינע ליפן.
צעפלאטערט די פייגל מיט זייערע טרילי-לינג,
זיי זאלן פון מיין טרערן-בעכער זיפן.

אויב ס'איז מיר באשערט צו זיין א ווערבע,
וויל איך שטייען ביי זייערע קינדערס וויגן,
ווארפן מיינע שאטנס אין זייערע חלומות,
און זייערע בלוטן פארסאמען מיט מיין ניגן:

דיין טאטע איז א האק,דיין מאמע איז א מעסער,
פון דיינן טאטע-מאמע טריפן מיינע בלוטן
און זייערע קינדער וועלן נישט וואקסן גרעסער,
ווייל איך וועל ציילן זייערע מינוטן.

דיין טאטע איז א האק, דיין מאמע איז א מעסער,
פון דיין טאטע מאמע טריפן מיינע טרערן
און זיינרע קינדער וועלן נישט וואקסן גרעסער,
ווייל איך וועל זייערע לעצטע אטעממס הערן''.

צעטייל מיך ,גאט,אויף טויזנטער קאשמארן,
אז איך זאל דאס לייב און דעם חלום פרעסן,
פון די בלאנדע קינ'ס ,די בלא-אויגיקע נארן,
ביז אין זייערע לעצטע פארשאלטענע מעת-לעתן.

צעפלאטער אלע קראען איבער דער בלוטיקער מדינה,
איבער גוסס'דיקע דערפער,שטעט און שלעסער,
ווו ס' טאנצט א ''פריילעכס'' מיט זיך אליין מיין שנאה,
און ס'לעקן אפ די הינט די דייטשע בלוט פון איר מעסער.

לאנדאן 1943

(4 comments | Leave a comment)

Previous Day 2007/04/10
[Archive]
Next Day
Powered by LiveJournal.com