?

Log in

No account? Create an account
Просто идиш

April 15th, 2007

April 15th, 2007
12:11 pm
[kerbale]

[Link]

יעקב גלאטשטיין לייענט זיין "א גוטע נאכט, וועלט" -- כדאי צו הערן
טייערע פריינד

פיל פון אייך זיינען מסתמא גוט באקאנט מיט יעקב גלאטשטיינס בארימט ליד וואס ער האט געשאפן נאך גאר פאר דעם ביטערן חורבן. ס'קאן אבער זיין אז ווייט ניט אלע האבן געהאט א געלעגנהייט צו הערן ווי-אזוי דער דיכטער אליין האט די דאזיקע ליד פארגעלייענט. האף איך זייער אז עס וועט זיין פאר פיל פון אייך אינטערעסאנט זיך איינצוהערן און אויסצוהערן דאס פיינפולע ליד אויסגעווייטאגט מיט דעם דיכטערס קול און נשמה בפועל ממש. דאס ליד גייט אריין אין דער זייער  געראטענער זאמלונג פון יידישע שרייבער, דערעיקרשט דיכטער, וואס לייענען זייערע אייגענע שאפונגען. זיי אלעמען האט מיט פיל מי און איבערגעגבנקייט צונויפגעזאמלט ד"ר שבע צוקער , זי האט זיי באזארגט מיט טעקסטן און קורצע ביאגראפיעס און ארויסגעגבן דאס אלץ אין צוויי סי-די דיסקן וואס ביידע צוזאמען הייסן זיי "די גאלדענע פאווע". איר קענט זיך אראפלאדעווען און הערן יעקב גלאטשטיינס ליד פון דעם פאלגנדיקן לינק

http://rapidshare.com/files/26158559/Artist_-_Track_7_GLATSHTEYN_a_gute_nakht_velt.mp3.html

אן ענגלישע איבערזעצונג פונעם ליד קאן מען זען אויף

http://www.dartmouth.edu/~wgst60/projects/poetry/Glatstein/Good-Night.html


און אן איבערזעצונג אויף רוסיש מיט א קורצינקער הקדמהלע קען מען געפינען אין דעם זשורנאל "עמי" לויט דעם פאלגנדיקן אדרעס

http://www.jew.spb.ru/ami/A228/A228-51.htm


כבוד און אייביקע געדענקשאפט אונדזערע קדושים!   י


Tags: , , , , , , ,

(4 comments | Leave a comment)

TimeEvent
06:56 pm
[riftsh]

[Link]

 

Йом ХаШоа - День Памяти Жертв Катастрофы


Памяти погибших...Collapse )

Tags: , ,

(4 comments | Leave a comment)

Previous Day 2007/04/15
[Archive]
Next Day
Powered by LiveJournal.com