May 19th, 2007

שבת-לייכטער פון פוילן .19- ער יארהונדערט

פון רוסלאנד מיט ליבשאפט" . א קאנצערט אינעם לאנד פון אבות"

ווידער אמאל די אזויגערופענע געדאנקען אויפ א קול בעטן זיך אויפ ווירטועלע פאפיר:

מיטן אויער צו דעם,וואס דאס פאלק טראכט,,זינגט,חלומט און רעדט,דערקענט מען דאס פאלק. ווען איבערן רוסיש-אסימילירטן איד איז געקומען די גרויסע בהלה,האט זיך דער רוסישער איד אויפגעכאפט פון זיין גלייכ-בארעכטיקונג -חלום ,פון זיין רוסישן קולטור-טראנס און האט גענומען לויפן...
אבער אין זיך און מיט זיך טראגט ער א ממזר- א פרעמדע שפראך און א פרעמדן ניגן.
און כל-זמן ער וועט נישט גרינטלעך אפטרייבן אט דאס פרעמדע,וועט פאר אים זיין פארשטעלט דער וועג צום אידישן,
א שווערע אפעראציע. אפשר וועט זי געראטן. אפשר וועט א אידישן דארפ-צדיק געראטן ארויסטרייבן דעם פרעמדן קולטור-דיבוק,וואס רעציטירט נאך אויף דער וואנדערונג צווישן גרענעצן און פעלקער:
"Я помню чудное мгновенье", "Ленин всегда живой,Ленин всегда с тобой" און להבדיל "Ты отказала мне два раза-не хочу сказала ты".