May 29th, 2007

Айзик Баргтейл

Айзик Баргтейл родился на Украине, живет в Перми. Печатался в "Советиш Геймланд". Сейчас печатается очень редко, негде. Но продолжает писать на идише.

ניט מוחל זײַן און ניט פֿאַרגעסן


מיך פֿירט אַהער מײַן גרױסער צער,
וואָס ליגט אין האַרץ, אין מײַן זכּרון.
דאָ איז מײַן שטעטלס באַבי יאַר,
ער ווערט ניט קלענער מיט די יאָרן.

מײַן ליבע באָבע ליגט אָט דאָ,
די חבֿרטע פֿון קינדהײט בלױער,
און פֿולע גאַסן פֿון מײַן שטאָט,
חכמים־זקנים, יונגע פֿרױען.

אַ וועלט, וואָס וועט ניט זײַן שױן מער,
זי פֿאָדערט, מע זאָל זי באַערן,
דער שטײן ליגט אױף מײַן האַרצן שווער,
און גרינגער וועט ער שױן ניט ווערן.

די שטאָט, וואָס דאָ דערזען דעם טױט,
זי רעדט מיט מיר אױף מאַמע־לשון.
מיר דאַכט, דער גרינער באַרג איז רױט
פֿון בלוט, וואָס דאָ האָט זיך פֿאַרגאָסן.

כ'פֿאַרשטײ הײַנט בעסער דעם געדאַנק,
וואָס איז פֿון אַלע שבֿועות גרעסער, -
כ'פֿאַרשטײ הײַנט בעסער דעם פֿאַרלאַנג:
ניט מוחל זײַן און ניט פֿאַרגעסן!
bluming

יידישע קינדער-ביכער אויפן אינטערנעט





ליבע פריינד,    י

איך ווייס ניט ווי ניי עס איז דער דאָזיקער "רעסורס" אָבער פאַר די וואָס זענען פאַראינטערעסירט אין יידישע קינדער־ביכער, וועט אפשר זיין טשיקאַווע זיך צו דערוויסן אַז מ'קען היינט־צו־טאג געפינען 37 איינסן אויף דעם געהעריקן וועבזייט פון דער פלארידאַ אַטלאַנטיק אוניווערסיטעט ביבליאָטעקן.                 י

גיט אַ קוק אין דעם אַלגעמיינעם אַריינגאַנג
און די רשימה ביכער קען מען זען סיי לויט די אויטאָרן און סיי לויט די טיטלען
לפּחות א טייל פון די טעקסטן גופא קען מען אויך זען אַלס פּי־די־עף!   י