June 23rd, 2007

שבת-לייכטער פון פוילן .19- ער יארהונדערט

שאל אביך ויגדך זקניך וימרו לך

עס האט זיך אזוי געמאכט, אז לעצטנס קום איך גאנץ אפט אין א באריר מיט זאמלערס פון סאמאווארן. און , ווי עס איז באוואוסט , סאמאווארן פלעגט מען מאכן אדער פון קופער אדער ,שפעטער, פון מעש און באצינען זיי פון אינעווייניק (א מאל פון דרויסן אויך,ממש ווי ,להבדיל,נח'ס תיבה- ''וכפרתה אתה מבית ומחוץ בכפר' '.ס'איז אינטערעסאנט אז דווקא קופערנע סאמאווארן רופן די זאמלערס אן ''אידישע' '.און נישט נאר סאמאווארן נאר אלע כילים-טאצן, טעפ, פאטעלנעס,שיסלען,בעקענס און כדומה,כל-זמן זיי זיינען געמאכט פון קופער ווערן זיי אנגערופן מיטן נאמען ''אידישע'' .אזא '' סלענג'',זאגן זיי, איז אנגענומען אין אלע ערטער,פונוואנען די סאמאווארן ווערן צו זיי געבראכט- רוסלאנד,ליטע,פוילן,לעטלאנד און אזוי ווייטער. אפשר ווייסט עמעצער פון וואנען האט עס גענומען געווארן און וואס איז דערפון דער טעם