August 30th, 2007

אַ נײַע ייִדיש ליטעראַרישע צײַטונג

עס וועט דערשײַנען אין פּאַריז אין די קומענדיקע חדשים דעם ערשטן נומער פֿון אַ נײַעם ייִדישן ליטעראַרישן זשורנאַל אונטערן נאָמען גילגולים. דער זשורנאַל איז דורכאויס אויף ייִדיש און איז אָפֿן צו נײַע, יונגע צי עלטערע ייִדישע שרײַבער. ריר קענט שיקן לידער, דערציילונגען, זײַטן פֿון אַ טאָגבוך צי אַנדערע קורצע ליטעראַרישע פֿאָרמען אינעם ווײַטערדישן בליצפּאָסטאַדרעס : gilgulim@neuf.fr

זײַט פֿאָרזיכטיק : איך קען נישט לייענען קיין רוסיש, דאַרפֿט איר שרײַבן מיט ייַדישע אָדער לאַטיינישע אותיות