?

Log in

No account? Create an account
Просто идиш

December 4th, 2007

December 4th, 2007
09:16 pm
[kerbale]

[Link]

!אַ ליכטיקן און פריילעכן חנוכה
--












יוסף קערלער


ערב חנוכה


היינט,
ערב חנוכה,
איך זאָג צו זיך אַזוי:
צו ערשט כ'וועל טאָן
די הייליקע עבודה
פון אַ פּראָסטן שבת־גוי –


היינט,
כ'לעש איינציקווייז
די רופנדיקע פייערן
פון רייצנדיקע שטעט,
פון פּלעצער טייערע...


אַ בלאָז –
און ס'לעשן זיך
די פּאַלמען פון פּאַלערמאָ
און מירמל־אויסגעהעפטע שלעסער
אין די קאַנאַלן פון ווענעדיק
זיך פאַרלעשן...


אַ בלאָז –
און ס'גליווערן אין סענאַ־טייך די וועלן,
ס'פאַרזינקט אין פינצטערניש פּאַריז
מיט אַלע אירע רומפולע
בולוואַרן, פּלעצער, דענקמעלער,
באָרדעלן.


אַ בלאָז –
און ס'ווערט פאַרלאָשן "זלאַטאַ פּראַגאַ", –
די קלויז פון אַלטשטאָט
אינעם קרייז פון קלויסטערס גאָטישע,
ס'פאַרשווינדט מאַדרידער פּראַדאָ,
וואָס אָפּדאַרן זאָל צוויי מאָל מיר די האַנט,
אויב כ'וועל אַהינצו קומען, גאָטעניו!


און ביז צום לעצטן פלעמל־טראָפּן,
צוזאַמען מיט מיין דורותדיקן וויי –
כ'לעש אויס דעם גריכישן אַקראָפּאָל,
כ'פאַרלעש דעם רוימער קאָליזיי


און אויך די שטראַליקע רובינען־שטערן, –
כאָטש ס'לאָזן זיך דערביי אַראָפּ די הענט, –
כ'פאַרלעש! און בלאַסער, בלאַסער, בלאַסער ווערן
די נאָענטע, די בלוטיק־רויטע ווענט,


און בלויז די גלעקעלעך וואַלדאַיער
נאָך ערגעצוואו פאַראומערט קלינגען
באַגלייטנדיק דעם לעצטן שייטער־פייער
וואָס ווייסע ווייטקייטן פאַרשלינגען...


און אַלץ!
אַצינד כ'צינד אָן
דאָס ערשטע ליכטל פון די אַכט,
וואָס פאָרכטיק בענטשן
וועל איך היינט פאַרנאַכט.




מאָסקווע 1969


(12 comments | Leave a comment)

Previous Day 2007/12/04
[Archive]
Next Day
Powered by LiveJournal.com