?

Log in

No account? Create an account
Просто идиш

September 28th, 2008

September 28th, 2008
05:50 pm
[senderka]

[Link]

 

סליחות

 

מיר שטייען אויף ביי נאכט, מיר גייען זאגן סליחות,

פארבונדן ליגט די וועלט אין שווארצע חושך-שטריק,

עס שפּירט זיך עפּעס טיף, עס דאוונט זיך באריכות,

עס קומט די תשובה צייט, ווען אלעס איז צוריק.

 

אצינד ווערט ווידער גאנץ וואס איז געווען צעבראכן,

אצינד די לופט ווערט ריין ווי וואלקנס אין דער הויך,

און ס'פילט זיך פּלוצעם קלאר א מאדנע סארט בטחון:

וואס קאליע האסט געמאכט – פארריכטן קענסטו אויך.

 

דער מזרח ווערט באגילדט מיט ערשטע מארגן שטראלן,

און איבער דעם תהום עס ליגט א שמאלער בריק,

די ערשטע טראפּנס טוי שוין גלאנצן ווי קריסטאלן,

עס קומט די תשובה צייט, ווען אלעס איז צוריק...

(4 comments | Leave a comment)

TimeEvent
11:40 pm
[zaitvailik]

[Link]

а гит, а гизынд, а мазлдике юр!
немножко пластмассы к праздничному столу :)))

, , ,

линк на архив

качать программой MailDownloader

все!

;)

(3 comments | Leave a comment)

Previous Day 2008/09/28
[Archive]
Next Day
Powered by LiveJournal.com