?

Log in

No account? Create an account
Просто идиш

February 7th, 2009

February 7th, 2009
05:09 pm
[kerbale]

[Link]

מרדכי צאנין ע"ה
 


מרדכי צאנין איז אוועק אין דער אייביקייט אין עלטער פון 103 יאר. כבוד זיין ליכטיקן אנדענק!

די בעסטע ביאגראפיע זיינע אויפן אינטערנעט איז דווקא אויף העברעאיש. ס'איז אויך ארויס א נעקראלאג אין "הארץ". א טרויעריקע סימבאליק -- וועגן זיין אוועקגיין שרייבט מען פריער פאר אלץ (אויב בכלל...) דווקא אויף עברית און אין דער העברעאישער פרעסע בעת די יידישע איז אפהענטיק און איינגעשרומפן און אין בעסטן פאל באווייזט זי ניט נאכצויאגן די טרויעריקע געשעענישן, אדער עס ליגט איר, דער "היימישער" פרעסע אויף אידיש -- טיף-טיף אין דער לינקער פיאטע.

מרדכי צאנין איז געווען דער לעצטער יידיש-יידישער אינטעלעקטואל פונעם פארמלחמהדיקן דור, וואס האט אויפגעטאן גרויסע מעשים לטובת יידיש אין ישראל און דווקא ווען די סאציאלע, געזעלשאפטלעכע און פאליטישע לאגע פון מאמע-לשון אינעם יידישן לאנד איז געלעגן ניין איילן אינד'רערד, כאטש עס איז געווען דעמאלט אין לאנד א מיליאניקער עולם יידיש-קענער, וואס זיכער הונדערטער טויזנטער פון זיי האבן גאר פיל און שטארק גענאסן פון זיין ליטערארישער, ארויסגעבערישער, געזעלשאפטלעכער און זשורנאליסטישער טעטיקייט און אויפטוערישקייט.

ער האט ניט געקעמפט קעגן עברית, בלויז פאר די רעכט און דעם לעבעדיקן תכלית פון יידיש און יידישער קולטור אבער ס'רוב "העברעאיסט" האבן אים דאס קיינמאל ניט געקאנט מוחל זיין אויפנעמענדיק זיין טעטיקייט ווי אן אנגריף -- מ'שטיינס געזאגט -- קעגן דער העגעמאניע פון העברעאיש. איצט אז דער "שונא" איז מער-ווייניקער פולקאם באזיגט געווארן קענען זייערע קינדער און תלמידים זיך דערלויבן אים מספיד צו זיין.

אצינד קאן מען ליינען און באקומען אין פי-די-עף א טייל פון זיינע איבער 60 ביכער און בראשורן אויפן אינטערנעט אט-א-דא

זאל ער האבן א ליכטיקן גן-עדן און הלוואי קיין יינגערע זאלן ניט שטארבן!   י

אויפן בילד: מרדכי צאנין, איציק מאנגער און נתן אלתרמן
אפנים תל אביב, סוף 1960ער

(9 comments | Leave a comment)

TimeEvent
06:59 pm
[farshmans]

[Link]

Смотрите, что нашёл Дов-Бер Керлер!

http://www.archive.org/details/nationalyiddishbookcenter

(1 comment | Leave a comment)

Previous Day 2009/02/07
[Archive]
Next Day
Powered by LiveJournal.com