?

Log in

No account? Create an account
Просто идиш

March 2nd, 2009

March 2nd, 2009
11:38 am
[senderka]

[Link]

 

די צייט אלץ פליט, די וועלט אלץ דרייט זיך,

וואס איז געווען – טוט ווייטער זיין,

נאר ס'אונז אלץ פארזיכטיקער גלייבט זיך,

און ס'ווערט אלץ זויערער די וויין.

 

אלץ בלאזט דער ווינט, אלץ פאלט דער רעגן,

איין טאג פארגייט, דער צווייטער קומט,

די זעלבע קשיות טוט מען פרעגן,

דעם זעלבן תירוץ מ'באקומט.

 

ס'וועט דען אזוי דאס אלץ פארלויפן,

און קומען ליידיק-פוסט צום סוף...

נאר לייכט אין הארץ דער פונק פון האפן

און תמיד הייסט: אז לעבסטו, האף!

 

עס שיינט אין חושך די לבנה,

אין יעדער זאך איז דאך פאראן

איר טיפער תכלית הכוונה,

וואס ווערט אנטפלעקט בבוא הזמן.

 
 
 

(4 comments | Leave a comment)

Previous Day 2009/03/02
[Archive]
Next Day
Powered by LiveJournal.com