?

Log in

No account? Create an account
Просто идиш

February 18th, 2010

February 18th, 2010
11:54 am
[kerbale]

[Link]

Yiddish poem by Yosef Kerler שלאף, מיין טייערע


יוסף קערלער לייענט זיין ליד "שלאף, מיין טייערע" איינע פון די פיל לידער וואׇס דער דיכטער האׇט געשאַפן אין די סאׇוועטישע טורמעס און אין די צוואַנגס־לאַגערן אין וואׇרקוטאַ. פאַרשריבן אין קעשענעוו פון דעם יידישן פּאׇעט און טעאַטער־טוער דוד שוואַרצמאַן (שב־ארצה), אׇנהייב 1960ער ווען יוסף קערלער האׇט באַזוכט דעם דעמאׇלט נייעם יידישן טעאַטער קאׇלעקטיוו. דוד שב־ארצה האׇט די לידער פאַרשריבענע אויף אַ מאַגניטאׇפאׇן אויפגעהיט און מיט פיל יאׇרן שפּעטער מיטגעבראַכט מיט זיך קיין ישראל, צושיקנדיק קערלערן אַ קאׇפּיע דערפון אין 1992. דאׇס איז דער עלטערער נוסח פונעם ליד און דער טעקסט ווערט דא געגעבן לויט דער לעצטער רעדאַקציע ווי עס איז אַריין אין יוסף קערלערס בוך "דאׇס געזאַנג צווישן ציין" (ירושלים, 1971) 


Tags: , , , , , , ,

(Leave a comment)

Previous Day 2010/02/18
[Archive]
Next Day
Powered by LiveJournal.com