?

Log in

No account? Create an account
Просто идиш

September 25th, 2011

September 25th, 2011
05:42 am
[kerbale]

[Link]


---



        דאָס ליד "משה"י
  זינגט ליפּאַ שמעלצער
  מוזיק: משה מרדכי (מונה) רוזנבלום
ווערטער: ליפא שמעלצער

פון דעם אלבום "מונא 4" אדער
"מ ל ך"
2003

 -          






אינמיטן פילע עבודה קשה
האָט זיך באַקלערט דער פּרעה רשע
מ'דאַרף די אידן זינקען
און דערטרינקען
אין דעם טייך אַריין
ווייל אַ נביאות פון די שטערן
ס'דראַף א קינד געבוירן ווערן
ער וועט אונדז פירן ווייזן
און אויסלייזן
אידן פון דעם פּיין
 
געווען אַ קינד אויפגעפּאַסטן
מ'האָט אים באַהאַלטן אין אַ קאַסטן
מיט פּעך און ליים פאַרשמירן
זיך נישט פרירן
נאַס ווערן פון קעלט
ווען פּרעה'ס בתיה וויל גיין שווימען
האָט זי גאָר לאַנגע הענט באקומען
זיך נישט געדאַרפט אָנשטרענגען
אים צו ברענגען
לייכטן אויף דער וועלט
און פון דעם קליינעם קאַסטן – האָט געשיינט
אַן אורה, מורא, סחורה, תורה
וואָס נאָך נישט געזען קיינמאָל
זאָגן די שטערן זעער נאָכאַנאַנד
דער קליינער, פיינער, שיינער, ריינער
וועט באַלייכטן כלל ישראל
 
די מצרים מיט די וואָפן
די אידן נאָכגעלאָפן
ביז מ'האָט געטראָפן
משה רבינו
ער טוט די אידן וועקן
מען טאָר זיך נישט דערשרעקן
פון שלענגער ווערט אַ שטעקן
ווייזט משה רבינו
ויאמינו בה' ובמשה עבדו
 
פּרעה די אידן שאַדט ער
ער ווערט אָבער נישט פּטור
מיר האָבן דאָך אַ פאָטער
שיקט משה רבינו,
אַזעלעכע צעקות
פּרעה מיט די מכות
אידן ווי געשמאַק איז
דורך משה רבינו
ויאמינו בה' ובמשה עבדו
 
רבנו אונזער פּאַסטעך
שוין צוריק קומען דו דאַרפסט דאָך
דער רועה צאן
וואו ביסטו שוין
אָט אָט הינה זה בא
דו וועסט אונדז מיט אמונה האַלטן
פּונקט ווי געווען ביים ים סוף שפּאַלטן
געזען דיין צורה
געזונגען שירה
כי גאה גאה
 
זה קולי ואנוהו
שטייען, רייען, און זיי שרייען
פּונקט ווי דאַן אויך היינט – ווי ניי
אלוקי אבי וארוממנהו
אין אורה, מורא, תורה, סחורה
פּונקט ווי דאַן ביים באַרג סיני
 
ס'איז יעדער ביכולות
רואים את הקולות
אידעלעך ווי וואויל איז
מיט משה רבינו
אַן ערלעכע הכנה
אַ העכערע כוונה
די תורה די מתנה
דורך משה רבינו
ויאמינו בה' ובמשה עבדו
 
מיר וואַרטן דאָך כסדר
טויזנט יאָרן ליידער
ווי איז שוין די חדר
פון משה רבינו
מער נישטאָ קיין קלעמען
אַלעס אַוועקנעמען
משה עבד נאמן
וואו איז משה רבינו
ויאמינו בה' ובמשה עבדו
 
בקרוב וועט מען שוין דערלעבן
אַן אורה, תורה, מער נישט מורא
 
פון דעם עול הגלות דאָ
און משה וועט אַ שיעור אונדז געבן
תורה, סחורה, אויך דער בורא
לערנט אויך די שיעור שעה נאָך שעה
ס'איז קיינער נישט מגושם
לעכטיגע פירושים
דערהויבענע חידושים
זאָגט משה רבינו
און יעדער מי שטרח
גמרא שולחן ערוך
יבוא ויתברך
בענטשט משה רבינו
ויאמינו בה' ובמשה עבדו
 
אַזוי הערלעך ווי איז דאָס
אונזערע עתידות
אַלעס איין חסידות
איין רבי־רבינו
פירן טיש ברינה
אויבן־אָן די שכינה
יעדער מיט אמונה
גלייבט משה רבינו
ויאמינו בה' ובמשה עבדו
 
ישמח משה במתנת חלקו
כי עבד נאמן קראת לו
כליל תיפארת בראשו נתת לו
בעומדו לפניך על הר סיני
 


-

(Leave a comment)

Previous Day 2011/09/25
[Archive]
Next Day
Powered by LiveJournal.com