?

Log in

No account? Create an account
Просто идиш

May 21st, 2015

May 21st, 2015
10:13 am
[parvuss]

[Link]

אױף דעריבאַסאָװסקע־גאַס אין אָדעס – עונג־שבת
Originally posted by parvuss at אױף דעריבאַסאָװסקע־גאַס אין אָדעס – עונג־שבת

"На Деребассовской открылась пивная" неназвавшегося переводчика с Форверц:


צו זאָגן, אַז די אָדעסער דעריבאַסאָװסקע־גאַס איז שײן, איז פּונקט װי גאָרניט געזאָגט; די גאַס איז פּשוט אַ שטיק פֿײַנקונסט, און פֿאַר איר רעלאַטיװ קורצן לעבן קען זי דערצײלן מער מעשׂיות װי לאָנדאָן מיט פּאַריז אין אײנעם. אַזױ, װי כ’האָב אײַך צוגעזאָגט מיט אַ װאָך צוריק, גײ איך איצט איבער צום צװײטן ליד אױף דער מעלאָדיע פֿונעם „אַרגענטינער טאַנגאָ‟, דאָס מאָל װעגן די שײנע „מאַנסעס‟, װעלכע פֿלעגן זיך טרעפֿן אין די אַמאָליקע ייִדישע שענק אױף דער דעריבאַסאָװסקע־גאַס, אין אָדעס.
Deribasovskaq_pivo_web
אױף דעריבאַסאָװסקע ז’געװען אַמאָל אַ שענקל

אויף דעריבאַסאָװסקע מ’האָט אױפֿגעמאַכט אַ שענקל,
דאָרט יעדע נאַכט די בלאַטע חבֿרה קװעטשן בענקלעך,
מיט זײ — נקבֿהלעך: מאַרוסיע, שפּרינציע, הענקל
און זײער פּאַסטעך, יאַנקל שמאַרעװאָז.
ווייטערCollapse )

Tags: , , , ,

(1 comment | Leave a comment)

Previous Day 2015/05/21
[Archive]
Next Day
Powered by LiveJournal.com