kerbale (kerbale) wrote in ru_yiddish,
kerbale
kerbale
ru_yiddish

פאַר די וואָס לייענען רוסיש

 


אַן אינטערוויו וועגן יוסף קערלער

אין דער רוסיש־יידישער וועב־צייטונג

"מיר זיינען דאָ"


 

דער יידישער אָריגינאַל פון יוסף קערלערס צוויי לידער וואָס ווערן ציטירט אינעם אינטערוויו אין אויטאָריזירטער איבערזעצונג אויף רוסיש:

 

               

 

פון יענער זייט וואַנט

 

די נאַרישע חיה פון שטיַיג,

ברעכט אויף די איַיזערנע פּרענטעס די ציין, –

אַזוי וויל זי

אין וואַלד אַריַין גיין,

פון ווינקל צו ווינקל

זי שליַידערט זיך אום,

זי רעוועט און ברומט

און סע פלאַקערט דאָס מויל ווי אַ פיַיער –

אַזוי וויל זי די פריַיהיַיט...

 

און מיַין שכן פון יענער זיַיט וואַנט

ווערט אויך, וויַיזט־אויס, קיינמאָל ניט מיד;

יאָרן־לאַנגע נימאסע טעג –

איך הער זיינע טריט

אין דער קאַמער – די מעטער פיר

האָבן וויַיט, זייער וויַיט, אים פאַרפירט,

נאָר ער ברעכט ניט אויף פּרענטעס – די ציין

און די שלעסער צעברעכט ער ניט, ניין!

אַ מענטש גייט אַרום און שוויַיגט –

ס'האָבן חיות

פאַרשפּאַרט אים אין שטיַיג.

 

               

 

*


דעם דריטן טאָג אַ שטיקל ברויט,

גיב אָפּ דאָס לעצטע העמד,

שינד אָפּ פון זיך די לעצטע הויט,

נאָר בליַיב ניט אין דער פרעמד.

 

ס'וועט יעדעס ביימל בעטלען – בליַיב!

ס'וועט ברומען יעדער שטיין,

די קינדהייט – ריַיסן שטיקער ליַיב

וועט מיט איר דין געוויין,

 

דער היגער ניגון ביי דיַין וויג

וועט מאַכן גריַיז און גראָ,

נאָר גיי און קוק ניט אויף צוריק

און אין אַ גוטער שעה!

               

 

 

Tags: yiddish poetry, Иосиф Керлер, посты на идише, поэзия, стихи, тексты на идише, יוסף קערלער
Subscribe
  • Post a new comment

    Error

    default userpic

    Your reply will be screened

    When you submit the form an invisible reCAPTCHA check will be performed.
    You must follow the Privacy Policy and Google Terms of use.
  • 4 comments