?

Log in

No account? Create an account
Просто идиш
September 30th, 2007
12:26 am
[aidishemame]

[Link]

Previous Entry Share Flag Next Entry
ראשית ווינטש איך אלעמען א פריילעכן סוכות... והשינית
ליינט,רבותי,וואס אונזער פילגעערטער און הויכגעשעצטער הלמדן המופלג, הנגיד והקצין הותיק וחסיד מוהר''ר יואל מאטוועיוו שליט''א,גם ידוע בשם כנוי ''לאפלאנדעץ'',שרייבט וועגן אייך אינעם לעצטן נומער פון ''פארווערטס'':
הערש אינגערס אילוסטראציעס צו ''מאטל פייסי דעם חזנס''.
כדי צו זאמלען די נייטיקע אינפארמאציע האט בערנשטיין זיך געווענדעט צו דער אינטערנעץ-געצעלשאפט(רו-אידיש ),וואו עס קומען צוזאמען רוסיש- רעדנדיקע קענער און ליבהאבער פון מאמע-לשון,ביי דעם ''בלאגער''-וועבזייט (לעבעדיקער זשורנאל.קאם ). אין דער דאנק-רשימה ביים אנהייב פונעם בוך,באדאנקט דער מחבער א צאל מיטגלידער פון ( רו-אידיש),דערמאנענדיק זיי ביי זייערע אינטערנעץ- צונעמענישן. בשעת די איטערנעץ-דיסקוסיעס איז אויך אויסגענוצט געווארן אן '' אנליין''-קאפיע פון '' מאטל'' פון דער פראנקפורטער איטערנעץ-ביבליאטעק פון אידישע ביכער ( לייענט י. מאטוועיעווס ארטיקלען אין '' פארווערטס'',8טער יוני און 31טער אויגוסט,2007) .
צום באדויערן,האבן ס'רוב אידיש-ספעציעליסטן פון (רו-אידיש ) זיך נישט אקטיוו באטייליקט אין בערנשטיינס פראעקט. דערפאר ליידעט זיין קאמענטאר פון א צאל אומפינקטלעכקייטן און אנאכראניזמען:דער מחבר פון די שורות האט זיך ערשט דערוואוסט וועגן דער נייער ווערסיע פון '' מאטל'', ווען דאס בוך איז שוין ארויס אין דרוק.

(2 comments | Leave a comment)

Comments
 
[User Picture]
From:laplandian
Date:September 30th, 2007 08:41 pm (UTC)
(Link)
אוי, אַ שיינעם דאַנק פֿאַר די שבֿחים, אָבער איך האָב זיי זיכער ניט פֿאַרדינט. בפֿרט וואָס שײַך דעם "נגיד" - בין איך אַזאַ נגיד ווי אַ קאָסמאָנ‏אַווט, הגם דאָס צווייטע איז אַ סך נעענטער צום אמת. :-)
[User Picture]
From:aidishemame
Date:September 30th, 2007 08:58 pm (UTC)
(Link)
זייט איר דאך נאך אן עניו דערצו
Powered by LiveJournal.com