?

Log in

No account? Create an account
Yung-Yisroel: The Rebirth of Yiddish Literature in the Jewish State - די שרײַבער־גרופּע יונג-ישׂראל - Просто идиш — LiveJournal
November 1st, 2018
01:23 pm
[riftsh]

[Link]

Previous Entry Share Next Entry
Yung-Yisroel: The Rebirth of Yiddish Literature in the Jewish State - די שרײַבער־גרופּע יונג-ישׂראל


יונג-ישׂראל: דער דריטער בראשית
פֿון דער ייִדישער ליטעראַטור

מיט פּראָפֿ' דוד־הירש ראָסקעס
די שרײַבער־גרופּע יונג-ישׂראל

Prof. David G. Roskies

Yung-Yisroel: The Rebirth of Yiddish Literature in the Jewish State

3rd in the seminar series "A Day of Yiddish"

They came to settle in Israel from all points on the Jewish map —six poets and four prose writers, almost all novices, in their twenties. Although they had just arrived in the country, and four of them actually joined kibbutzim, the Yung-Yisroel group went against the current in Israel. Yiddish was for them an important, vital part of the Israeli landscape. Jointly and severally they created a new poetics and new expressive possibilities, both for Yiddish and Jewish literature in general. “Rozhinkes mit Manger on all her sands” — is how the brilliant poet Avrom Rintsler summed up their achievement. In this seminar we will pay particular attention to the poets H. Binyomin [Hrushovski], Rukhl Fishman and Avrom Rintsler, and to the prose writers Tsvi Ayznman and Yosl Birshteyn, as well as to their literary aspirations and debates. We will also view and discuss the Yiddish film Monologues of Yiddish Writers: Yosl Birshteyn (2011).


David G. Roskies, born in Montreal in 1948, is the cofounder of the Yiddishist youth movement Yugntruf. He is the Sol and Evelyn Henkind Professor of Yiddish Literature and Culture at the Jewish Theological Seminary of America in New York, and also the Naomi Prawer Kadar Visiting Professor of Yiddish Studies at Hebrew University in Jerusalem. In 2012 he was elected to the American Academy of Arts and Sciences.

וווּ: די שיל אנשי חסד, 251 וועסט 100סטע גאַס, ניו־יאָרק, נ"י
ווען: זונטיק, דעם 9טן דעצעמבער 2018, 9 אַ זייגער אין דער פֿרי
ביז 6 אַ זייגער אין אָוונט
ווער: אַלע וואָס זײַנען פֿאַראינטערעסירט זיך צו פֿאַרטיפֿן אין דער טעמע
און רעדן וועגן איר, אין גאַנצן אויף ייִדיש.י

מינימום: 15 באַטייליקטע

מע וועט זיך דאַרפֿן צוגרייטן אין פֿאָרויס.י
רעגיסטריר־טערמין: דעם 5טן נאָוועמבער

דער סעמינאַר ווערט ברייטהאַרציק געשטיצט
פֿון דער סי־עם־אי־גרופּע־פֿונדאַציע.י

פּרײַז: 70 דאָלאָר
מיטגלידער פֿון דער ייִדיש־ליגע: 45 דאָלאָר
פֿולצײַטיקע סטודענטן: 30 דאָלאָר

:כּדי זיך צו רעגיסטרירן שרײַבט אונדז ביז דען 5טן נאָוועמבער אויף
info@leagueforyiddish.org

WHEN: Sunday, December 9th, 2018, 9:00 A.M. - 6:00 P.M.
WHERE: Ansche Chesed Synagogue, 251 W. 100th St. New York City

Participants: All who are interested in studying and discussing this topic in Yiddish.

ADVANCE PREPARATION REQUIRED.

This seminar is generously funded by the
CME Group Foundation

Cost: $70
Members of the League for Yiddish: $45
Full-time students: $30

TO REGISTER: Contact info@leagueforyiddish.org by November 5, 2018.

פּראָפֿ' דוד-הירש ראָסקעס
יונג-ישׂראל: דער דריטער בראשית
פֿון דער ייִדישער ליטעראַטור
דריטער סעמינאַר אין דער סעריע „אַ טאָג ייִדיש"י

זיי האָבן עולה געווען פֿון אַלע פּונקטן אויף דער ייִדיש-מאַפּע – זעקס פּאָעטן און פֿיר פּראָזאַיִקערס, כּמעט אַלע אָנהייבערס — אין די 20ער יאָרן.י
כאָטש ערשט אָנגעקומענע אין לאַנד, און כאָטש פֿיר זענען אַפֿילו געוואָרן קיבוצניקעס, איז די גרופּע יונג-ישׂראל געגאַנגען קעגן דער ישׂראל-שטראָם.י
ייִדיש איז פֿאַר זיי געוואָרן אַ וויכטיקער, וויטאַלער טייל פֿון דער ישׂראל-לאַנדשאַפֿט.י

צוזאַמען און באַזונדער האָבן זיי געשאַפֿן אַ נײַע פּאָעטיק, און נײַע אויסדרוק-מעגלעכקייטן, אי פֿאַר ייִדיש־, אי פֿאַר דער כּלל-ישׂראל-ליטעראַטור.י "ראָזשינקעס מיט מאַנגער אויף אַלע אירע זאַמדן" – אַזוי האָט דער געניאַלער פּאָעט, אַבֿרהם רינצלער, פֿאַרסך-הכּלט זייער אויפֿטו.י

אין דעם סעמינאַר וועלן מיר זיך באַזונדערס אָפּשטעלן אויף די פּאָעטן ה. בנימין, רחל פֿישמאַן, און אַבֿרהם רינצלער, און אויף די פּראָזאַיִקערס צבֿי אײַזנמאַן און יאָסל בירשטיין, ווי אויך זיך באַקענען מיט די מאַניפֿעסטן און חילוקי-דעות פֿון דער גרופּע.י
:אין צווישן, וועלן מיר זען און אַרומרעדן דעם פֿילם מאָנאָלאָגן פֿון ייִדישע שרײַבערס
יאָסל בירשטיין (2011).י

דוד־הירש ראָסקעס, אַ געבוירענער אין מאָנטרעאָל אין 1948, איז דער מיטגרינדער פֿון דער ייִדישיסטישער יוגנט־באַוועגונג „יוגנטרוף“. הײַנט איז ער דער פּראָפֿעסאָר פֿון ייִדישער ליטעראַטור און קולטור א״נ סאָל און עוועלין הענקינד אין ייִדישן טעאָלאָגישן סעמינאַר (נ״י), ווי אויך דער גאַסט-פּראָפֿעסאָר פֿון ייִדישע שטודיעס א״נ נעמי פּראַווער־קאַדאַר אינעם העברעיִשן אוניווערסיטעט (ירושלים). אין 2012 איז ער געוואָרן אַ מיטגליד אין דער אַמעריקאַנער אַקאַדעמיע פֿון הומאַניסטיק און וויסנשאַפֿט.י

(Leave a comment)

Powered by LiveJournal.com